abstract
| - לכבוד יום טוב פורים איך ווייס איך האב פארדרייט די יוצרות און געברענגט פסח שוין אבער סקיינמאל נישט שפעט (ניגון פון צוה ישועות יעקב) . א גוטן פּוּרִים אלע, בְּשִׁמְחָה וּבְצָהֲלָה, פאר אלע ערליכע אידן, הער צו וואס איך זאג, לכבוד דעם הייליגן טאג, וועט איר אלע זיין צופרידן, א גוטע בְּשׁוּרָה, פון שׂוּשַׂן הַבִּירָה, וועל איך אייך דערציילן, המן מיט זיינע בנים, האט מען פארדעקט דאס פנים, און אויפגעהאנגען הויעך 50 איילן, אַחַשְׂוֵרוֹשׂ דער נאַר, האט געמאכט פאר אידן צַער, צוזאמען מיט הָמָן הָרָשָׂע, אבער דער אויבערשטער האט געטון וואונדער, פאר די אידישע קינדער, און צוגעהערט אסתר'ס בַּקָשָׂה, געשיקט פאר מרדכי א ישועה, און פאר המן די תלי', לאמיר אלע טרינקען לחיים, עס איז פרייליך אויף די וועלט, פאר דעם זענען מיר אלע פארשטעלט, לְשָׂנָה הַבָּאָה בִּירוּשָׂלַיִם. בס"ד מעשה שהי'.. עס איז געקומען צו גייען א קאפ פארדרייער, און געזאגט אז וועם דאס לעבן איז אים טייער, זאל נישט עסן פון די אייער, אויב יא שפילט ער זיך מיט פייער, ווייל כדי דאס טשיקן זאל זיין שטערקער און הייער, לייגט מען אריין דורך א ווייער, דזשינס וואס קומען פון עופות טמאהר. די רבנים זאגן אבער אז ער איז א לייער, ער וויל נאר אז מען זאל ארויף לייגן א פרישע שטייער, דערפאר קומט ער מיט א מעשה א נייער. זאל דער עולם וויסן אז די מעשה האט שוין עקספייערד, מען קען שוין גיין צום בייער, און צוריק אנפילן דעם שייער, מיט דעם מאכל וואס איז געזינט זייער, מאכן די לעטשוי געמישט מיט סעלערי מיט מייערן, מיט'ן בעסטן אפעטוט שמחת פורים בסייתא דשמיא צופרי תיכף ווען די שטייסט אויף פון שלאף זאלסטו זיך שטעלן אויפען בעט, אויף איין פיס. שטארק צומאכן די אויגן, לייגן די רעכטע האנט אויפן קאפ די לינקע האנט אויפען גענאק און שרייען מיטן גאנצן כח…… "קא=קאקא=קאקארי=קאקאריקא" וזה בדוק ומנוסה . אדרבה פראבירט עס אויס איין מאל, מער וועט איהר דאס נישט טוען. מי שיש לו סגילות חדשות וגם ישנות, נא לפנות אצלינו אדרבה, לאזט א צווייטן אויך הנאה האבן די וויכטיגסטע "שיכורים" ניגון האסטו פארגעסן ! טי ריי די ריי די ריי די ריי די ראדיי, דירי ראדיי ראדיי ראדיי ריי טי ראדיי, וכו' בס"ד פורים שפיל א גוטן פורים מלאך, ווי איך גיי פאל איך, גיי איך אויף א טאפ, צוברעך איך מיך מיין קאפ, ארום מיר אלעס דרייט זיך, דער גאנצער עולם באשרייט מיך, עס איז אויף מיר ניכר, אז איך בין גוט שיכור, גיי איך אויף די גראז, צוברעך איך מיך די נאז, גיי איך אויף א שטיין, צוברעך איך מיך מיין ציין, ארום מיר אלעס דרייט זיך, דער גאנצער עולם באשרייט מיך, עס איז אויף מיר ניכר, אז איך בין גוט שיכור, א פרייליכן פורים! דִי פִיר מִצְוֹת פוּן פּוּרִים 1. לֵיינֶען דִי מְגִילָה 2. מִשְׁלוֹחַ מָנוֹת 3. מַתָּנוֹת לָאֶבְיוֹנִים- צְדָקָה 4. מִשְׁתֶּה וְשִׁמְחָה פורים שפיל טייערע יודן א גיטן פורים הערטס אויס מיינע דבורים וואס איך וועל אייך דא פארזינגען איך וועל אייך געבן צו פארשטיין וואס די היינטיגע טאג מיינט פארוואס מען דארף טאנצן און שפרינגען דער באקאנטער המן הרשע האט געהאלטן א דרשה אז מען דארף אומברענגען די יודן אחשוורוש דער גרויסער נער האט געגעבן רשות דערפאר ער איז דערפון געווען צופרידן עס האט נישט גענימען לאנג די מעשה איז דאך גיט באקאנט המן איז געווארן מרדכי'ס בעל עגלה עס האט א געלעכטער אויסגעשאסן ווען המן איז געווארן מיט מיסט באגאסן מען האט געדארפט ריפן די הצלה די גזרה האט זיך איבער געדרייט אלע יודן האבן זיך געפרייט ווען מען האט געזען המן אויף די תלי' כן יאבדו אלע פיינט לאמער טרינקען און טאנצן היינט מיר זאלן שוין בקרוב זען די ישועה רִבּוֹנוֹ שֶׂל עוֹלָם, טַאטֶענְיָא גֶעטְרֵייעֶר, קוּק אַרָאפּ פוּן הִימְל, אוּן לֶעשׂ שׂוֹין אוֹיס דָאס,פֵייעֶר שוֹמֵר יִשְׂרָאֵל הָאבּ שׂוֹין אוֹיף אוּנְז רַחְמָנוּת, אוּן שִׂיק שׂוֹין מָשִׂיחַ פַאר אוּנז אוֹיף מִשְׂלוֹחַ מָנוֹת. אַגַאנְץ יָאר פְרֵיילֶעךְ אַגַאנְץ יָאר פְרֵיילֶעךְ פְרֵיילֶעךְ זָאל מִיר זֵיין אַגַאנְץ יָאר פְרֵיילֶעךְ אַגַאנְץ יָאר פְרֵיילֶעךְ פְרֵיילֶעךְ זָאל מִיר זֵיין בס"ד א פרייליכן פורים און א פרייליכן תמיד, איך בעט, ד' שפתי תפתח ופי יגיד, הערט אויס עטליכע ווערטער וואס איך זאג, לכבוד פורים דעם היינטיגן טאג, מרדכי ואסתר האבן דעם פורים קובע געווען, צוליב די גרויסע נסים וואס עס איז געשען, מיטן לויבן דעם אויבערשטן און זיך פרייען, טוען מיר פאר אלע אויסשרייען, אזוי ווי השי"ת האט געהאלפן און די צייט די שווערסטע, ווען אידן זענען געווען און א מצב דאס ערגסטע, און באוויזן גרויסע וואונדער, פאר זיינע געליבטע קינדער, אזוי אויך וועט ער אונז העלפן היינט, אפילו עס איז אזא שווערע און לאנגע צייט, מיר דארפן עס שטארק גלייבן, אז השי"ת וועט אונז אין גיכן דערהייבן. כל הפושט יד נותנים לו, טייטשן די הייליגע ספרים אזוי, פורים, יעדער וואס ער פארלאנגט, ווערט פון הימעל זיין באגער פארלאנגט, בעטן מיר, השי"ת זאל אונז העלפן אלע, בברכה והצלחה בשמחה ובצהלה, און מיר זאלן זוכה זיין, משיח'ן מקבל פנים זיין, ומלכנו בראשנו, במהרה בימינו. (אמן). אמאל האט ער געהייסן א גנב, היינט רופט מען אים א חברה מאן. אמאל האט ער געהייסן א דרך ארץ, היינט רופט מען אים א תמים. אמאל האט ער געהייסן א ליגענער, היינט רופט מען אים א "געשליפענע צונג". אמאל האט עס געהייסן לוקסוס, היינט רופט מען עס בעל - בית'יש. אמאל האט עס געהייסן צנועות, היינט רופט מען עס פארינאטיש – אלט מאדיש. אמאל האט עס געהייסן חניפה, היינט רופט מען עס אויפמערקזאםקייט. אמאל האט עס געהייסן גאוה, היינט רופט מען עס "זעלבס זיכערהייט". אמאל האט עס געהייסן א "געלט רייסער", היינט רופט מען עס א "ספיצעליסט". אמאל האט עס געהייסן א אלטע שמאטע, היינט רופט מען עס "אנטיק". אמאל האט עס געהייסן "אן טעם", היינט רופט מען עס "מען דארף זיין דערצו א מבין". אמאל האט עס געהייסן ליידיגקייט, היינט רופט מען עס "אויסגעליפטערט". אמאל האט עס געהייסן מותרות, היינט רופט מען עס א הכרח. אמאל האט עס געהייסן אויפן ארגינעלן נאמען, היינט רופט מען עס שוין עליגאנט. און וואס עס איז שוין עליגאנט, איז דאך שוין מן הסתם מותר. שיר יקר וחשוב לכבוד פורים עס ווערט געברענגט פון איינער פון די גדולי הראשונים א געוואלדיגן שיר, וואס אין דעם איז מרומז אין וועלכע טאג פון די וואך יעדע יום טוב געפאלט, לויט דעם טאג וואס פורים געפאלט. לאמיר גוט אריין טראכטן אין דעם און איבער חזר'ן, וועלן מיר דעמאלטס פונקטליך וווסען אין וועלכע טאג פון די וואך יעדע יום טוב וועט געפאלען: היום פורים, מחר ביעורים, שלישי מרורים, והוא תמרורים. רביעי ביכורים, חמישי תקיעת שופרים, ולקיחת פרי הדרים. שישי פסגת עברים, שביעי יום כיפורים. יעצט וועלן מיר ערקלעהרן אלע ווערטער פון דעם שיר קלאהר און דייטליך: "היום פורים" - דער טאג פון די וואך וואס פורים געפאלט, "מחר ביעורים" - אין דעם טאג שפעטער איז מען "מבער" (מען רוימט אויס) די חמץ פון דעם הויז, דאס איז "בדיקת חמץ". "שלישי מרורים" - די דריטע טאג נאך וואס פורים געפאלט עסט מען ביינאכט "מרור", דאס מיינט די "פסח סדר". "והוא תמרורים" - אין דעם זעלבן טאג געפאלט אויך דער טאג וואס איז "יום מרורים" (דער טאג פון ביטערקייט און קלאג), דאס מיינט "תשעה באב". "רביעי ביכורים" - די פערטע טאג נאך וואס פורים געפאלט, איז די צייט פון ברענגן "ביכורים", דאס איז שבועות. "חמישי תקיעת שופרים" - די פיפטע טאג נאך וואס פורים געפאלט, איז ראש השנה, וואס מען "בלאזט שופר". "ולקיחת פרי הדרים" - און אין דעם זעלבן טאג געפאלט אויך די ערשטע טאג סוכות, וואס עס איז א מצוה צו נעמען די "פרי הדר" (אתרוג) און די אנדערע מינים. "שישי פסגת עברים" - די זעקסטע טאג נאך וואס פורים געפאלט, איז שמחת תורה. וואס מען לייענט דאן אין די תורה די פרשה פון "פסגת עברים", אז משה רבינו איז ארויף געגאנגען פון ערבות מואב צו דעם בארג "נבו". "שביעי יום כיפורים" - די זיבעטע טאג נאך וואס פורים געפאלט, געפאלט יום כיפור.
- חג פורים הוא חג מתוחכם שבו אלוהים בוחן את טמטום בני ישראל מבלי להשקיע במבחני איי-קיו.
- חג הפורים הוא אחד מחגי ישראל (למען הדיוק: יום הודאה), שנחגג ברוב המקומות בי"ד באדר (וקרוי גם "פורים דפרזים"), לזכר הצלתם הפלאית של יהודי האימפריה הפרסית מרצח עם. מקור החג הוא בתנ"ך, בספר שמוקדש כולו לתיאור אירוע ההצלה - מגילת אסתר. ניתן לקרוא את המגילה כאן: א ב ג ד ה ו ז ח ט י
|